Перейти к содержимому

דער גרעסטער גיבור - מאטי אילאוויטש | Der Grester Gibor - Motty Ilowitz

Motty Ilowitz מאטי אילאוויטש

0:00 / 0:00

דער גרעסטער גיבור - מאטי אילאוויטש | Der Grester Gibor - Motty Ilowitz

16 844 просмотра · 3 недели назад
Motty Ilowitz מאטי אילאוויטש
13,3 тыс. подписчиков
16 844 просмотра · 3 недели назад
L’kovod the 47th Yahrtzeit of the holy Satmar Rebbe, רבינו יואל בן הרה"ק חנני יו"ט זי"ע, we are honored to release this song, drawn from the Rebbe’s holy writings. This piece gives voice to a rare and extraordinary tefillah in which the Rebbe speaks of the greatness of the working Yid. The quiet hero who leaves the warmth of home and shul and steps out into the street to face the demands of parnassah, the pressures of the world, and the countless struggles of daily life, yet does not allow those challenges to diminish his kedushah. He returns home carrying the fatigue of a long day, but with his emunah intact, his heart connected to Hashem and filled with holiness, and his strength renewed by the knowledge that his honest work is itself a strong avodah. לכבוד דעם 47סטן יארצייט פונעם הייליגן סאטמארער רבי'ן, רבינו יואל בן הרה"ק חנניה יו"ט זי"ע, זענען מיר בא'ערט ארויסצוגעבן דאס ליד, געשאפן פון די הייליגע כתבים פון רבי'ן אין זיין ספר דברי יואל, אין פרשת נשא. דאס ליד גיבט א קול צו א זעלטענער און אויסערגעווענטליכער תפילה, אין וועלכער דער רבי רעדט וועגן דער גרויסקייט פון דעם ארבעטס איד—"דער גרעסטער גיבור" וואס לאזט איבער די ווארעמקייט פון שטוב און בית-מדרש און גייט ארויס אין גאס עוסק זיין אין פרנסה, שפירן די דרוקן פון דער גרויסענדער וועלט, און די אומצאליגע נסיונות פון טאג טעגלעכן לעבן, און דאך לאזט ער נישט די דאזיגע פאדערונגען פארמינערן זיין קדושה. ער קערט זיך אהיים סוף טאג טראגנדיג די מידקייט פון א לאנגן טאג, אבער מיט א גאנצע און ריינע אמונה , זיין הארץ פארבונדן מיט השי"ת פול מיט קדושה, און זיינע כוחות באנייט וויסנדיג אז זיין ערליכע ארבעט אליין איז א דערהויבענע עבודה. זכותו יגן עלינו אמן! Composed, written, and performed: Motty Ilowitz Music Production: Eli Klein & Yitzy Berry Vocals recorded at: Avrumi Lunger Studios Video Production: SolBlum Animation: Meilech Melber Cover Design: VigiGee LYRICS: אראפ אויף א שווערע וועלט - האסטו אונז געשיקט. אן הסתר פנים פארשטעלט - די נסיונות אונז דערשטיקט. דער גרעסטער גיבור און העלד - איז דער אידעלע וואס קוקט. אין א וועלט פון כבוד און געלט - א טיפע ענין דא ליגט. די שכינה ברענט און רועט - מיט שעצונג אזוי פיל. אויפן ערליכן איד - אויפן גאס, אינדרויסן פון שול. מוטשעט זיך ביז ווען מיד - ברענגן פרנסה זיין ציל. אמונה און קדושה בריעט - זיך האלטן ערליך איך וויל. דער הייליגער רבי זאגט אונז אז דער אייבערשטער זאגט איך נעם, די מצוות פונעם איד וואס דרייט זיך אין גאס און מאכט מיר א קידוש השם. איך זעה דיינע גבולים הייליג ריין איך בלייב, צווישן מיינע דרושים און פלפולים א תפילה אויף דעם איך שרייב: "רבוש"ע אתה הביאותנו עד הלום. אנא אנא תן בנו כח ויכולת לעמוד ולהתגבר על הנסיונות. רבוש"ע, דו ביסט דער וואס האט מיר געברענגט דערצו. גיב מיר די כח און יכולות זיך שטארקן איבער אלע מכשולות ה' היה עוזר לנו." ווייל טאטע דו אליין האסט מיך געשיקט אויף דעם שליחות גיין אנא אנא כח תן בנו. ווייל טאטענ'יו אן דיר איז נישטא קיין וועג פאר מיר ה' היה עוזר לנו. וזאת התורה אשר שם - אין ביהמ"ד, דעם הייליג וואוין. אידן לערנען כל היום - גשים מול ארון. אבער אין חכם - כבעל הנסיון. די מלאכים שרייען אשרי העם טאטע גיב אים זיין באלוין. ווייל יעדעס איינציג מינוט - מיטן יצר פערזענליך איך שלאג ער וויל מיר זאגן וואס איז גוט - מיר מאכן גרינגער וואס איך טראג. עס גיסט מיר שווייס און בלוט – דער באשעפער שרייט איך זאג שטאלצירן מיט דיר מ'טוט ווי די וואס לערנען א גאנצן טאג. דער הייליגער רבי זאגט-דאך דער אייבערשטער האט דיך ליב, מיין ליבער קינד, פלאג דיך און דערנאך קומסט אהיים אין שטוב. דיין גבורה אן א צאל-איז געבויעט מיט די שטערקסטע חומות, "הנה תכלית הגלות לתקן כל המקומות". "רבוש"ע אתה הביאותנו עד הלום. אנא אנא תן בנו כח ויכולת לעמוד ולהתגבר על הנסיונות. רבוש"ע, דו ביסט דער וואס האט מיר געברענגט דא דערצו. גיב מיר די כח און יכולות זיך שטארקן איבער אלע מכשולות ה' היה עוזר לנו." ווייל טאטע דו אליין האסט מיך געשיקט אויף דעם שליחות גיין אנא אנא כח תן בנו. ווייל טאטענ'יו אן דיר איז נישטא קיין וועג פאר מיר ה' היה עוזר לנו.